דאָס איז די מלוכישע בנין־אַדמיניסטראַציע (SFV)

אונדזער געמײנזאַמער געשיכטע און אויך אונדזער געמײנזאַמער צוקונפֿט.  די מלוכישע בנין־אַדמיניסטראַציע פּראָמיטירט שטאָלצקײט איבער דער מלוכהס אײגנטום, נאַציאָנאַל־בנינים און לאַנד, שלעסער און קרוינגערטנער, טעאַטערס, מוזײען, אַמבאַסאַדן און אַ זיבעטל פֿונעם שװעדישן שטח.  מיר פֿאַרמאָגן די דאָזיקע זאַכן צוזאַצען און אונדזער אויפֿגאַבע איז צו פֿאַרװאַלטן זײ אויפֿן בעסטן אופֿן. מיר זאָלן אויך אָפּהיטן די בנינימס נשמה און כאַראַקטער, אָבער אויך צופּאַסן זײ צום הײַנטצײַטיקן לעבן – ס'זאָל זײַן אַ מחיה צו זײַן אין דעם בנין פֿאַר אי דעם עולם, אי די קװאַרטיראַנטן.  ס'איז אויך װיכטיק צו דערקלערן אַז די דערצײלונגען פֿון הײַנטצײַטיקע בנינים זענען די צוקןנפֿטע בנין־געשיכטע. SFV פֿאַרװאַלט אויך די מלוכישע װעלדער און לאַנד. דאָס טוען מיר אויף אַן אויסהאַלטנדיקן אופֿן, כּדי צו אָפּהיטן ביאָלאָגישע פֿילמיניקײט און פֿאַרזיכערן אַז די רעניפֿערן װעלן קענען פּאַשען די גראָזפּלײנען אויך אין דער צוקונפֿט.

די מלוכישע בנין־אַדמיניסטראַציע (SFV) איז געגרינדעט געװאָרן אין 1993, אָבער האָט טראָץ דעם אַ פּרעכטיקן לעגאַט. די װאָרצלען גײען אַראָפּ צו דער 'קאַמער־קאָלעגיע', געגרינדעט אין 1618. אַן אַמט פֿירט אָן מיט SFV. דער אַמט מיטן גענעראַל־דירעקטאָר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער אַרבעט און ראַפּאָרטירן צו דער רעגירונג. ברך 400 מענטשן אַרבעטן בײַ דער בנין־אַדמיניסטראַציע, און זײ אַלע האָבן ליב צו אַרבעטן מיט אָט אונדזערע בנינים. צוליב אונדזערע פֿילמיניקע אָרגאַניזאַציע זענען עס בײַ אונדז פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשײדענע מינים אַרבעטן; פֿאַרװאַלטערס, טעכניקערס, װאַלד־װעכטערס, קולטור־היסטאָריקער, פּראָיעקט־פֿירערס, פֿאַרהאַנדלערס, אַדװאָקאַטן און אַ סך אַנדערע אַרבעט־גרופּעס װאָס מיר נײטיקן זיך אין זײ כּדי צו קריגן שטיץ און אַנטװיקלען די אָרגאַניזאַציע.

מיר האֶבן עפּעס װאָס איז אינטערעסאַנט פֿאַר אַלע; קולטור־היסטאָרישע בנינים, הײַנצײַטיקע אַרכיטעקטור, טיפֿע װעלד, הויכע בערג, פֿאַרצײַטיקע מאָנומענטן און ברײטע פֿעלדער. אַ סך פֿון די אָרטן זענען אַ פּאָר פֿון די פּאָפּולערסטע שװעדישע פֿאָרצילן. זײ בלײַבן אָפֿן און לעבעדיק צוליב אונדזערע אַנגאַזשירטע קװאַרטיראַנטן.

קורץ װעגן דער מלוכישער בנין־אַדמיניסטראַציע

  • SFV פֿאַרװאַלט ברך 2300 גרונטאײגנס מיט ברך 3000 בנינים אין שװעדן.
  • SFV פֿאַרװאַלט 6,5 העקטאַר ערד, אַ זיבעטל פֿונעם שװעדישן שטח.
  • SFV פֿאַרװאַלט 1700 אינדעלעך בײַ די שװעדישע ברעגן און אין אונדזערע גרויסע טײַכן.
  • SFV פֿאַרװאַלט די שװעדישע אַמבאַסאַדן, רעסידענסן און אינסטיטוטן אין איבער 60 לענדער.
  • SFV נעמט אָנטײל בײַ אַכט פֿון די 15 שװעדישע װעלט־ירושה־ערטער אויף אונעסקאָס רשימה.
  • SFV מיט דער פֿאָרטיפֿיקאַציע־אַדמיניסטראַציע און דער ים־אַדמיניסטראַציע טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די ברך 260 מלוכישע היסטאֳרישע בנינים (SBM).
  • SFV איז געגרינדעט געװאָרן אין 1993, אָבער די אָרגאַניזאַציע שטאַמט פֿון דעם 17טן יאָרהונדערט.

שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג

כּדי זיך צו שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער מלוכישער בנין־אַדמיניסטראַציע קענסטו:

  • שיקן אַ בליצבריװ צו sfv@sfv.se
  • אָנקלינגען אַ טעלעפֿאָניסט אויף נומער 010-4787000
  • באַזוכן אונדזער הויפּטביוראָ אויף Sankt Paulsgatan 6 אין שטאָקהאָלם
  • שיקן אַ בריװ צו:

Statens fastighetsverk
Box 2263
103 16 Stockholm